א גערויש פון א גרויסן ציבור האט באהערשט דעם זאל, וואו די געהויבענע תלמידים פון ר' עקיבא זענען זיך צוזאם געקומען צו הערן די שיעור פון זייער גרויסער רבי, וועלכער איז ברייט באוואוסט פאר זיינע אגדה דרשות. מאנכע חסידים גייען אפילו אזוי ווייט ווי צוזאגן אז ער קען דרש'ן תילי תילים של הלכות אויף איעדע קוץ ותג שבתורה, צו דאס איז טאקע ריכטיג? ווייסט מען נישט, אבער דאס איז אמאל זיכער, אז אויב אין הלכה איז ער א ריז, איז ער אין אגדה ממש עוג מלך הבשן
ווען קומט ער שוין? פרעגט יעמאנד זיין שכן מיט געשפאנטקייט -ס'האט געהייסן אכט אזייגער פונקטליך, ווייזט אויס ער האט זיך אביסל געשפעטיגט- זאגט ער, - מסתמא איז ער אזוי פארטוען אין די סוגיא, אז ער כאפט ניטאמאל ס'שפעט- וואלונטירט עמיצער פון די אונטערשטע שורה,- נו ברויך מען אים צו דערמאנען-- נו נו
,שא שא שאאאאא, הערט זיך פון די רעכטע מזרח ווינקעל א גערויש, אט אט קומט ער, ספאנטאן שטעלן זיך אלע אויף די פיס ווער עס קען שטעלט זיך אויף יענעמס פיס, טייל אויף די בענק, די שוויצערס הייבן אן קלאטשן, און דער עולם ברעכט אויס אין אן הילכיגען יחי אדוננו
ר' עקיבא'ס הייליגע געזיכט באווייזט זיך אויפן אויבענאן, א שמייכלדיגער גריסט ער די תלמידים, און פאכעט זיי מיט א קאלירפולע פאטשיילע וואס מען פלעגט רופן א סודר, די אויפגעהייטערטע תלמידים קלאטשן נאך שטערקער, און ר' עקיבא שפאנט זיך געמיטליך צו די פאדיום, אויף וואס עס הענגט פון די רוקן א גרויסן רינעדיגן סימבאל פון ירושלים, מיט די ווערטער בשוב ה' את שיבת ציון קונצליך אויסגעמאלן, דאס איז שוין די צווייטע סימבאל, די עלטערע אידן געדענקען נאך דאס ערשטע, וואס איז געווען אט דאס זעלביגער, נאר מיט די ווערטער ממלכת בר כוכבא, פון וועמען ר' עקיבא איז געווען א שטארקער פאליטישער שטיצער, ביז די רוימישער אימפעריע האט פארבאטן זיין סימבאל
ר' עקיבא הילט זיך איין אין זיין טלית, וואס האט פיר פעדימער תכלת ווי געבאטן אין די תורה, זאגט א קורצע תפילה, אין דרייט אויס זיין פנים צום ציבור, וועלכער קלאטשט נאך אלס, -טענק יו-, -טענק יו- זאגט ר' עקיבא, בשעת ער שלעפט די מיקראפאון נענטער צו זיך, און אין א גוטע צוגעפאסטע פאזיציע, ער שלעפט ארויס אפאר געסטעפלטע צעטליך, און קוקט אריין דערין, - טענק י- זאגט ער איבער, ווען דער עולם הערט נישט אויף צו קלאטשן פון גרויס עקסטאז, - טענק יו-, זאגט ער ,נאכאמאל ווען ער לייגט שוין צוזאם די ברילן, דא פאכעט ער שוין מיט די הענט ווי צו זאגן, הערטס שוין אויף, טענק יו, פליז, טענק יו
צוביסלעך האט זיך דער עולם בארואיגט, און ר' עקיבא הייבט אן זיין דרשה
אשריכם ישראל, -וואויל איז אייך אידן-, טייטש דער מתורגמן איבער אויף אידיש פאר די וועלכער פארשטייען נישט העברעאיש, -לפני מי אתם מטהרין?- ווארפט דער רבי אריין א באמבע קשיא, -פאר וועמען רייניגט איר זיך- טייטשט דער מתורגמן מיט אן הויכען און קלארן שטימע
דער עולם שטייט געשפאנט, די לומדים זענען געכאפט אין סורפרייז, זייערע מוחות ארבייטן פיבערהאפטיג צו געפונען א פאסיגן ענטפער אבער אן ערפאלג, נו? בליקט א געשוואוירענע ר' עקיבא תלמיד צו א ר' טרפון'ניק, האב איך דיר נישט פארשפראכן אז וואס ביי מיין רבי הערט מען, קריגט מען נישט ערגעץ אנדערש
דער רבי לאזט נישט לאנג ווארטן און פירט אויס, ומי מטהר אתכם? און מיט דעם ווערט די קשיא נאך מער באפעסטיגט צו גאר פעסט
אין די שפעטערע דורות אין בבל פלעגט מען אנרופן אזא סארט קשיא מרפסין איגרא, צעווארפט בוידעמעס, היינט ווייסט מען נאכנישט פון אט די פראזע, אבער צעווארפן בוידעמס איז פונקטליך וואס די מצב איז
ר' עקיבא קוקט זיך ליבליך ארום, באטראכט די אנגעצויגענע געזיכטן, און דרייט זיין קאפ אויף פאראויס דארט וואו די געהויבענע תלמידים זענען געזעסן, כאילו בכדי אויף צו זען אויב זיי הויבן אן ענטפער, אבער אלע הענט זענען געבליבן אראפגעלאזט
אביכם שבשמים!, דאסמאל האט נישט אויסגעפעלט קיין מתורגמן, דער עולם האט געכאפט דעם רמז און אן הילכיגען פאטשעריי האט ספאנטאן אויסגעבראכן
רעב-אַה- קי-ווע! רעב-אַה- קי-ווע! רעב-אַה- קי-ווע! האבן צוהיצטע יונגעלייט פון אונטן געטשאנט, מיט גרויס געטריישאפט, ר' עקיבא האט א ביטול'דיגע מאך געטאן מיט די לינקע האנט, ווייל אין רעכטע האט ער געהאלטן די ברילן, ווי צו אנהערן סטאפ! אבער אן ערפאלג
די גבאי איז צוגעלאפן צום מיקראפאון, שאט אָפ! האט ער געקוויטשעט, אויפן מאמענט איז געווארן שטיל, דרך ארץ! האט ער צוגעגעבן בייז, אבער ער האט אליין געוואוסט אז עס איז געווען איבריג, ווייל דער עולם איז שוין ווידער געווען אין די גלייזן
ר' עקיבא זעצט פאר זיך צו ברענגן א ראיה פון א פסוק, ואומר, עס שטייט אין פסוק, מקוה ישראל ה', איז דאך שווער, וואס איז דער פשט? נאר וואס דען? מה מקוה מטהר את הטמאים, אף הקב"ה מטהר את ישראל
די לומדים זענען געווען אין זיבעטן הימל פאר שמחה,ס'טייטשט? א קלייניגקייט? ריכטיג פארשטאנען א פסוק, זיי פלעגן געווענטליך צו טייטשן מקוה, מלשון האפענונג, כלומר, אז ה' איז די האפענונג פון ישראל, אבער יעצט האבן זיי איינגעזען ווי לעכערליך זייער גאנג איז געווען, און זיי האבן אויסגעבראכן אין פייערליכע טענץ, אין וואס די פשוטערע זענען אויך מיט געשלעפט געוואר,ן זינגענדיג און שפרינגענדיג
אמר ר' עקיבא אמר ר' עקיבא אשריכם ישראל, נאכאמאל, אמר ר' עקיבא אמר ר' עקיבא אשריכם ישראל
אשריכם אשריכם אשריכם ישראל